פּראָסטע ייִדיש Proste Yididsh A new podcast for anyone learning Yiddish Simple Yiddish texts to help with your Yiddish listening Prost = common, simple, ordinary, for the masses! Episode 1 עפּיזאָד אַרײַנפֿיר// Introduction װעגן זיך // About me מײַ // Calendar talk - May You can also full transcript and vocab here: https://tinyurl.com/ProsteTranscript1 שלום־עליכם דאָס איז פּראָסטע ייִדיש אַ נײַער ייִדיש פּאָדקאַסט פֿאַר אָנהײבערס. װילט איר זיך לערנען ייִדיש? איר װילט הערן ייִדיש? דאָס איז אַ פּאָדקאַסט פֿאַר אײַך! אַז איר קענט שױן גוט פֿאַרשטײן ייִדיש, קען זײַן אַז דער פּאָדקאַסט װעט אײַך זײַן אַ ביסל נודנע װײַל דער פּאָדקאַסט איז בפֿרט פֿאַר אָנהײבערס. אָבער אַז איר זײַט אַן אָנהײבער - גוט - לאָמיר הערן אַ ביסל ייִדיש, פּראָסטע ייִדיש. װער בין איך? איך הײס אסתּר. איך בין אַ ייִדיש לערער. איך װױן אין מעלבאָרן. איך װױן מיט מײַן פּאַרטנער און אונדזערע צװײ קעץ. די קעץ הײסן פּרינץ און נאַלעשניקי. איך האָב ליב צו קאָכן, צו עסן אין רעסטאָראַנען, צו פֿאַרברענגען מיט פֿרײַנד. איך האָב ליב צו לײענען, צו גײן אין קינאָ, קוקן טעלעװיזיע. איך האָב ליב צו גײן אין װאַלד, צו גײן אױף אַ שפּאַציר. איך האָב ליב צו שפּילן אין ברעטשפּילן און קאָרטן שפּילן. און איך האָב ליב ייִדיש אַװדאי. און איך האָב זײער ליב לערנען ייִדש. עס איז חדוש מײַ. אין מעלבאָרן איז עס האַרבסט. עס װעט באַלד קומען דער װינטער. אָבער אין דער צפֿון־⁠העמיספֿער איז עס פֿרילינג און עס װעט באַלד קומען דער זומער. דעם ערשטן מײַ איז אינטערנאַציאָנעלע אַרבעטערס טאָג. מען באַװײַזט די רױטע פֿאָן. דעם ערשטן מײַ זאָגט מען "אַרביטער פֿון דער װעלט פֿאַרײניקט זיך!" און מען זינגט לידער פֿון אַרבעט און רעװאָלוציע. האָט איר געזונגען לידער? האָט איר מאַרשירט אין די גאַסן? װאָס נאָך קומט פֿאָר מײַ? עס װעט זײַן מוטערס־טאָג. װעט איר זיך זעען מיט דער מאַמע? עס װעט זײַן שבֿועת. װעט איר זיך לערנען אַ גאַנצע נאַכט? װאָס װעט איר טאָן מײַ? נו? און דאָס איז געװען אונדזער ערשטער עפּיזאָד. װאָס מײנט איר?
Proste Yiddish - Simple Yiddish! פּראָסטע ייִדיש Welcome to Proste Yiddish, the only Yiddish podcast especially for Yiddish students. Each episode features simple texts to help you improve your Yiddish listening skills. Listen in and learn Yiddish! Prost פּראָסט = simple, ordinary, of the masses! You can find a transcript and vocab notes for each episode in the notes.